וועגן די שיעורים

ע״י הרב משה אליעזר ליבערמאן שליט״א

רבי משה אליעזר ליבערמאן שליט״א שטייט ביים שטענדער און זאגט דעם שיעור, ארום טיש זיצן די צוהערער און לערנען אין זייערע גמרות
ביים שיעור

ווער עס האט אמאל געהערט א שיעור פון רבי משה אליעזר ליבערמאן שליט"א פארשטייט גלייך פארוואס אזויפיל אידן ווארטן יעדן טאג אויף דעם קומענדיגן שיעור און פארוואס דער "ש"ס אין אידיש" וועבזייטל ווערט אזוי אויפגעכאפט.

רבי משה אליעזר ליבערמאן שליט״א רעדט ביים שטענדער, די האנט אויפגעהויבן, ביים מסביר זיין א סוגיא
ביים מסביר זיין

דאס איז צוליב דער זעלטענער קלארקייט און רואיגער הסברה אין זיין היימישער, געשמאקער, פליסיגער שפראך, מיט וואס ער נעמט ארום יעדע סוגיא און לייגט איר אראפ אויף א ציענדן מהלך, ביז די גמרא ווערט לעבעדיג און פארשטענדליך. שווערע מהלכים ווערן פשוט, פארצווייגטע סוגיות ווערן מסודר אין קאפ און "א בלאט גמרא ווערט געשמאק".

עס איז נישט אומזיסט, נאר די שיעורים ווערן פארגעלערנט מיט אסאך מחשבה. יעדע שורה גמרא איז ער מסביר בטוב טעם ודעת, אזוי אז דער צוהערער זאל נישט נאר וויסן וואס די גמרא זאגט, נאר אויך פארשטיין וויאזוי די סוגיא בויט זיך אויף פון אנהייב ביז׳ן סוף.

רבי משה אליעזר שליט"א האט זיך געשטעלט אלס ציל צו ברענגען דעם געשמאק פון לימוד הגמרא צו יעדן איד.

"א בלאט גמרא קען פאר יעדן איד זיין געשמאק".

דאס איז רבי משה אליעזר‘ס ציל, און אט דאס טוט "ש"ס אין אידיש" פארווירקליכן, אז יעדער איד זאל קענען עפענען א גמרא, פארשטיין וואס ער לערנט און שפירן די אמת'ע מתיקות התורה.

מיר נעמען אייך אויף דא מיט א ווארעמען ברוכים הבאים. מיר האפן אז די הערליכע שיעורים וועלן אייך באגלייטן יעדן טאג, מחזק זיין אייער קביעות און אריינברענגען נאך מער חיות, הבנה און געשמאק אין אייער לימוד התורה.

א צימער פול מיט צוהערער וואס לערנען ביי די טישן, און רבי משה אליעזר שליט״א שטייט ביים שטענדער מיטן רוקן צום אפאראט
א בליק פון אויבן אויף די טישן מיט אפענע גמרות און צוהערער, און רבי משה אליעזר שליט״א ביים שטענדער אין עק פונעם צימער
די צוהערער ביים שיעור

פאדקעסט